לעקסיקאָן פון דער נייער ײדישע ליטעראַטור
אַרויסגעגעבּן פון אַלװעלטלעכן ײדישן קולטור-קאָנגרעס
[פאראײניקט מיט "ציקאָ"]

 

אלחנן אינדעלמאַן (22 מאַי, 1913 ־ 21 אַפריל 1983)

Elchonon Indelman

געב. אין זשוראָמין, פּוילן. דער פאָטער געווען חזן און שוחט. א' האָט געלערנט אין חדר, אין ישיבות, אויך וועלטלעכע לימודים. געענדיקט דעם מלוכה-סעמינאַר פאר יידישע לערער אין וואַרשע. ביז דער מלחמה, אין 1939, געווען לערער אין וואַרשע, שפּעטער – אין רוסלאַנד. פאַרשיקט אין אַ לאַגער אין קאָמי. אין 1946 צוריקגעקומען קיין פּוילן. שפּעטער עמיגרירט קיין שוועדן און פינלאַנד, געווען אַ לערער פון דער יידישער גימנאַזיע אין העלסינקי. פון 1947 אָן – אין אַמעריקע. לערער אין לערער-אינסטיטוט פון ישיבה-אוניווערסיטעט אין נ"י און גלייכצייטיק העברעאישער טעקסטן-שרייבער אין יידישן דערציאונגס-קאָמיטעט. זינט 1950 – דירעקטאָר פון דער העברעאישער מיטלשול אין קווינס, נ"י. אָנגעהויבן שרייבן זייער יונג און געדרוקט אַ העברעאיש ליד אין ליובאָשיצקיס קינדער-זשורנאַל "הכוכב", וואַרשע, 1925, וואָס איז געלויבט געוואָרן פון ח. נ. ביאַליק. געדרוקט לידער, דערציילונגען, עסייען און אַרטיקלען אין "היינט", "העפטן", "דאָס קינד" – וואַרשע; "דאָס נייע לעבן" - לאָדזש; "צוקונפט", "קינדער-זשורנאַל", "קינדער-צייטונג" – נ"י; "פאַר אונזערע קינדער" – פּאַריז; אין העברעאיש: "העולם", "בדרך", "הדואר", "גלים", "גליונות" א"אַ; אין פּויליש: "נאַש פּזשעגלאָנד", "אָפּיניא", "כווילא", "פּלאַמיטשעק", "מיעשענטשניק זשידאָווסקי" א"אַ. אין ענגליש: "וואָירלד אָאואווער" א"אַ. מחבר פון עטלעכע ביכער פאָעזיע און פון ווערק וועגן פּעדאַגאָגיק, צ"אַ (אין העברעאיש) – אשירה לידידי, וואַרשע, 1939; ילדי מחברת (דערציילונגען פאַר קינדער וועגן וואַרש. געטאָ-אויפשטאַנד), נ"י, 1952. א ביאָגראַפישע דערציילונג, רבי ישראל סאלאנטער, נ"י, 1954; חג-לי שיר-לי (קינדער-לידער), נ"י 1954; (אין יידיש) – דאָס ליד פון יידישן קוילנגרעבער, וואַרשע, 16 ז', מיט אילוסטראַציעס פון ח. גאָלאָמב. רעדאַקטירט: עולמי (פאַר יוגנט), וואַרשע, 1936־1939, עולמי הקטן (פאַר קינדער), וואַרשע, 1936־1939; די שול-אַנטאָלאָגיע פון דער יידישער און העברעאישער ליטעראַטור "ליטעראַטוריא", וואַרשע, 1934, א"אַ. פסעוודאָנימען: א. אלחנן, אלחנני, אחידוב, ח. אלין, בן-אמיתי און ה. רילסקי.
 י. שטערן, היינט, 1938; מ. מיזיש, היינט, 1938; מ. שטאַרקמאַן, טאָג, נ"י, 1949; ד. פּערסקי, הדואר, נ"י, 1935; ח. אב. הורוויץ, פאָרווערטס, 1947.

ביכער:

עריכה:

על המחבר ויצירתו:

קישורים:

לראש הדף